Ancient Texts

← Library

Amos

Sefaria · Tanakh > Prophets · 146 sections

  1. 7.1

    אַזױ האָט מיר גאָט דער האַר געװיזן: ערשט ער האָט באַשאַפֿן אַ הײשעריק אין אָנהײב אױפֿגײן פֿון דער שפּעט-תּבֿואה, און זע, דאָס איז געװען די שפּעט-תּבֿואה נאָך דעם מלכס שניט.

  2. 7.2

    און עס איז געװען, אַז ער האָט געענדיקט אױפֿעסן דאָס גראָז פֿון לאַנד, האָב איך געזאָגט:װי, גאָט דו האַר, פֿאַרגיב, איך בעט דיך; װי קען באַשטײן יעקב, אַז ער איז אַזױ קלײן?

  3. 7.3

    האָט גאָט חרטה געהאַט דערױף: ”דאָס װעט ניט געשען“, האָט גאָט געזאָגט.

  4. 7.4

    אַזױ האָט מיר גאָט דער האַר געװיזן: ערשט גאָט דער האַר האָט אױסגערופֿן אַ קריג דורך פֿײַער, און עס האָט פֿאַרצערט דעם גרױסן תּהָום, און װאָלט פֿאַרצערט דאָס לאַנד.

  5. 7.5

    האָב איך געזאָגט: גאָט דו האַר, הער אױף, איך בעט דיך; װי קען באַשטײן יעקבֿ, אַז ער איז אַזױ קלײן?

  6. 7.6

    האָט גאָט חרטה געהאַט דערױף: ”דאָס אױך װעט ניט געשען“, האָט גאָט דער האַר געזאָגט.

  7. 7.7

    אַזױ האָט ער מיר געװיזן: ערשט גאָט שטײט אױף אַ שנורגלײַכער מױער, און אין זײַן האַנט איז אַ װאָגשנור.

  8. 7.8

    און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ װאָגשנור. האָט גאָט געזאָגט: זע, איך צי אַ װאָגשנור צװישן מײַן פֿאָלק ישׂראל, איך װעל אים מער װידער ניט פֿאַרגעבן.

  9. 7.9

    און די במות פֿון יִשׂחק װעלן פֿאַרװיסט װערן, און די הײליקטומען פֿון ישׂראל װעלן חרבֿ װערן, און איך װעל אױפֿשטײן אױפֿן הױז פֿון יָרָבֿעָם מיטן שװערד.

  10. 7.10

    און אַמַציָה דער כֹּהן פֿון בית-אֵל האָט געשיקט צו יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: עָמוֹס האָט געמאַכט אַ בונט אױף דיר צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; דאָס לאַנד קען ניט אױסהאַלטן אַלע זײַנע רײד.

  11. 7.11

    װאָרום עָמוֹס האָט אַזױ געזאָגט:דורכן שװערד װעט שטאַרבן יָרָבֿעָם, און ישׂראל װעט אין גלות אַװעק פֿון זײַן ערד.

  12. 7.12

    און אַמַציָה האָט געזאָגט צו עָמוֹסן: זעער, גײ אַנטלױף דיר קײן לאַנד יהודה, און עס דאָרטן ברױט, און דאָרטן זאָלסטו נבֿיאות זאָגן.

  13. 7.13

    אָבער אין בית-אֵל זאָלסטו מער װידער נבֿיאות ניט זאָגן װאָרום עס איז אַ מלכס הײליקטום, און עס איז אַ הױז פֿון מלוכה.

  14. 7.14

    האָט געענטפֿערט עָמוֹס און האָט געזאָגט צו אַמַציָהן; ניט קײן נבֿיא בין איך, און ניט קײן זון פֿון אַ נבֿיא בין איך, נײַערט אַ פּאַסטוך פֿון רינדער בין איך, און אַ צוריכטער פֿון װילדע פֿײַגן.

  15. 7.15

    און גאָט האָט מיך גענומען פֿון הינטער די שאָף, און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: גײ זאָג נבֿיאות צו מײַן פֿאָלק ישׂראל.

  16. 7.16

    און אַצונד הער דאָס װאָרט פֿון גאָט: דו זאָגסט: זאָלסט ניט נבֿיאות זאָגן אױף ישׂראל, און ניט דַרשען אױף דעם הױז פֿון יִשׂחק.

  17. 7.17

    דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: דײַן װײַב װעט אין שטאָט אַ זוֹנה זײַן, און דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן פֿאַלן דורכן שװערד, און דײַן ערד װעט מיט אַ שנור צעטײלט װערן, און דו װעסט שטאַרבן אױף אומרײנער ערד, און ישׂראל װעט אין גלות אַװעק פֿון זײַן ערד.

  18. 8.1

    אַזױ האָט מיר גאָט דער האַר געװיזן: ערשט אַ קאָרב זומעראױבס.

  19. 8.2

    און ער האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ קאָרב זומעראױבס. האָט גאָט צו מיר געזאָגט: געקומען איז דער סָוף אױף מײַן פֿאָלק ישׂראל, איך װעל אים מער װידער ניט פֿאַרגעבן.

  20. 8.3

    און יאָמערן װעלן די געזאַנגען פֿון פּאַלאַץ אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט דער האַר; פּגרים װעלן זײַן פֿיל, אין יעטװעדער אָרט װעט זײַן אָנגעװאָרפֿן אַ שטילקײט.

  21. 8.4

    הערט דאָס צו, איר װאָס װילט אײַנשלינגען דעם אבֿיון, און פֿאַרטיליקן די אָרימע פֿון לאַנד,

  22. 8.5

    אַזױ צו זאָגן: װען װעט אַריבער רֹאש-חוֹדש, אַז מיר זאָלן פֿאַרקױפֿן תּבֿואה, און שבת, אַז מיר זאָלן עפֿענען קאָרן, צו פֿאַרקלענערן די אֵיפָֿה, און צו פֿאַרגרעסערן דעם שֶקל, און צו פֿאַרדרײען מיט פֿאַלשע װאָגשאָלן;

  23. 8.6

    כּדי צו קױפֿן פֿאַר געלט די אָרימע, און דעם אבֿיון פֿאַר אַ פּאָר שיך, און דעם אָפּפֿאַל פֿון קאָרן זאָלן מיר פֿאַרקױפֿן.

  24. 8.7

    גאָט האָט געשװאָרן בײַ דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ: אױב איך װעל אײביק פֿאַרגעסן אַלע זײערע מעשׂים!

  25. 8.8

    זאָל איבער דעם ניט ציטערן די ערד, און טרױערן איטלעכער װאָס װוינט אױף איר? יאָ, זי װעט זיך אױפֿהײבן אין גאַנצן װי דער טײַך, און צערודערט װערן און זיך אַראָפּזעצן װי דער טײַך פֿון מִצרַיִם.

  26. 8.9

    און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט דער האַר, װעל איך מאַכן אונטערגײן די זון אין מיטן טאָג, און פֿינצטער מאַכן די ערד אין העלן טאָג.

  27. 8.10

    און איך װעל פֿאַרקערן אײַערע יָום-טוֹבים אין טרױער, און אַלע אײַערע געזאַנגען אין אַ קלאָג, און איך װעל אַרױפֿברענגען אױף אַלע לענדן זאַק, און אױף איטלעכן קאָפּ אַ פּליך, און איך װעל עס מאַכן װי דער טרױער נאָך אַן אײנאײנציקן, און איר סָוף, װי אַ ביטערן טאָג.

  28. 8.11

    זע, טעג קומען, זאָגט גאָט דער האַר, און איך װעל שיקן אַ הונגער אין לאַנד, ניט אַ הונגער נאָך ברױט, און ניט אַ דאָרשט נאָך װאַסער, נײַערט צו הערן די װערטער פֿון גאָט.

  29. 8.12

    און זײ װעלן װאָגלען פֿון ים צו ים, און פֿון צפֿון ביז מזרח; זײ װעלן אומװאַנדערן צו זוכן גאָטס װאָרט, און זײ װעלן ניט געפֿינען.

  30. 8.13

    אין יענעם טאָג װעלן חלשן די שײנע יונגפֿרױען און די בחורים פֿון דאָרשט.

  31. 8.14

    די װאָס שװערן בײַ דער זינד פֿון שוֹמרוֹן, און זאָגן: ”אַזױ װי עס לעבט דײַן גאָט, דָן!“ און: ”אַזױ װי עס לעבט דער װעג באֵר-שֶבַע!“ און זײ װעלן פֿאַלן, און װעלן מער ניט אױפֿשטײן.

  32. 9.1

    איך האָב געזען גאָט שטײן אױפֿן מזבח, און ער האָט געזאָגט: שלאָג די זײַלנקעפּ, אַז די בײַשטידלעך זאָלן ציטערן, און צעברעך זײ איבער זײערע אַלעמענס קעפּ; און זײער איבערבלײַב װעל איך הרגען מיטן שװערד; ניט אַנטלױפֿן װעט פֿון זײ אַן אַנטלאָפֿענער, און ניט ראַטעװען װעט זיך פֿון זײ אַן אַנטרונענער.

  33. 9.2

    אַז זײ װעלן זיך פֿאַרגראָבן אין אונטערערד, װעט זײ פֿון דאָרטן אַרױסנעמען מײַן האַנט, און אַז זײ װעלן אַרױפֿגײן אין הימל, װעל איך זײ פֿון דאָרטן אַראָפּנידערן.

  34. 9.3

    און אַז זײ װעלן זיך באַהאַלטן אױפֿן שפּיץ כַּרמֶל, װעל איך פֿון דאָרטן אױפֿזוכן און זײ צונעמען, און אַז זײ װעלן זיך פֿאַרבאָרגן פֿון פֿאַר מײַנע אױגן אױפֿן גרונט פֿון ים, װעל איך דאָרטן באַפֿעלן דער שלאַנג, און זי װעט זײ אײַנבײַסן.

  35. 9.4

    און אַז זײ װעלן גײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט פֿאַר זײערע פֿײַנט, װעל איך דאָרטן באַפֿעלן דער שװערד, און זי װעט זײ הרגען, און איך װעל טאָן אױף זײ מײַן אױג צום בײזן און ניט צום גוטן.

  36. 9.5

    װאָרום גאָט דער האַר פֿון צבָֿאות איז דער װאָס רירט אָן די ערד און זי װאַקלט זיך, און אַלע װוינער אױף איר טרױערן; און זי הײבט זיך אױף אין גאַנצן װי דער טײַך, און זעצט זיך אַראָפּ װי דער טײַך פֿון מִצרַיִם.

  37. 9.6

    דער װאָס בױט אין הימל זײַנע אױבערקאַמערן, און גרונטפֿעסט זײַן געװעלב אױף דער ערד; װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים, און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד; יהוה איז זײַן נאָמען.

  38. 9.7

    פֿאַר װאָר, אַזױ װי די קינדער פֿון כּושים זײַט איר מיר, קינדער פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט. פֿאַר װאָר, איך האָב אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם, און די פּלִשתּים פֿון כַּפֿתּוֹר, און אַרָם פֿון קיר.

  39. 9.8

    זע, די אױגן פֿון גאָט דײַן האַר זײַנען אױף דעם זינדיקן קינגרײַך, און איך פֿאַרטיליק עס פֿון געזיכט פֿון דער ערד, אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך ניט פֿאַרטיליקן דאָס הױז פֿון יעקבֿ, זאָגט גאָט.

  40. 9.9

    װאָרום זע, איך באַפֿעל און װעל לאָזן שאָקלען דאָס הױז פֿון ישׂראל צװישן אַלע פֿעלקער, אַזױ װי עס װערט געשאָקלט אין אַ זיפּ; אָבער ניט אַ קערנדל װעט פֿאַלן צו דער ערד.

  41. 9.10

    דורכן שװערד װעלן שטאַרבן אַלע זינדיקע פֿון מײַן פֿאָלק, װאָס זאָגן: ניט גענענען און זיך פֿעדערן אױף אונדז װעט דאָס בײז.

  42. 9.11

    אין יענעם טאָג װעל איך אױפֿשטעלן דאָס אײַנגעפֿאַלענע בײַדל פֿון דוד, און איך װעל פֿאַרמױערן אירע בראָכן, און זײַנע חורבֿות װעל איך אױפֿשטעלן, און װעל עס אױפֿבױען װי אין אַמאָליקע טעג;

  43. 9.12

    כּדי עס זאָלן אַרבן דעם איבערבלײַב פֿון אֶדוֹם און אַלע פֿעלקער די װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף זײ, זאָגט גאָט, דער װאָס טוט דאָס דאָזיקע.

  44. 9.13

    זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און דער אַקערער װעט זיך אָנשטױסן אָן דעם שניטער, און דער טרױבנטרעטער אָן דעם זריעה-װאַרפֿער; און די בערג װעלן טריפֿן זאַפֿט, און אַלע הײכן װעלן צעגײן.

  45. 9.14

    און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק ישׂראל, און זײ װעלן אָפּבױען פֿאַרװיסטע שטעט און זיך באַזעצן, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער און טרינקען זײער װײַן, און מאַכן גערטנער און עסן זײער פֿרוכט.

  46. 9.15

    און איך װעל זײ אײַנפֿלאַנצן אױף זײער ערד, און זײ װעלן מער ניט אױסגעריסן װערן פֿון דער ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן, זאָגט יהוה דײַן גאָט.

← Previous — showing 101146 of 146

Yehoyesh's Yiddish Tanakh Translation [yi]. Via Sefaria (sefaria.org), Sefaria-Export. Version source: http://opensiddur.org/praxes/study/yehoyeshs-yiddish-translation-of-the-tanakh/ Licence: Public Domain. Source.